טראכט איר זיך צי ציען קיין ארץ ישראל?
יא עס איז מעגליך!

שלום וברכה צום אינפארמאציע וועבסייט פון נפש בנפש פארן חרדישן און חסידישן ציבור!

מיר פארשטיין אז מאכן עליה צום הייליג לאנד איז גאר א גרויסן באשלוס און מיר פרייען זיך מיט אייער שריט צו קומען דא אהער צו באטראכטן אייערע אפציעס.
דער חרדישער ציבור עולים פון אמעריקא און ענגלאנד, האט זיך לעצטנס גאר שטארק פארברייטערט און פארגרעסערט, מערערע קהילות זענען געגרינדעט געווארן וואס טוען שטייען צום הילף מיט אלע הצטרכות’ן פונעם היימישן עולם וואס ווילן זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל.

נפש בנפש איז דא אייך צו העלפן מיט די גאנצע עליה פראצעדור, און מיר גיבן אייך דאס בעסטע מעגליכקייט פאר א סוקסעספולער עליה קיין ארץ ישראל.

מיר שטייען אייך דא צו הילף מיט די עליה אפליקאציעס, העלפן טרעפן די ריכטיגע קהילה, טרעפן א פאסיגע פָּאסטן, אייך העלפן פארשטיין אלע אייערע רעכטן און בענעפיטן אלץ א נייער עולה, ווי אויך צו זיין א וועגווייזער מיטן טרעפן פאסיגע מוסדות פאר אייערע קינדער אין ארץ ישראל.

מיר ערווארטן צו הערן פון אייך בעזרת השם, ווי איהר זענט זוכה אויסצורופן: לשנה הזה בארץ ישראל!

Recent Events

Sunday, November 27 – ג’ כסלו

פאר מער אינפארמאציע פילט אויס די פאלגענדע:

נאמען(Required)