Rights and Benefits in Yiddish

עולה רעכטן און בענעפיטן

WWW.NBN.ORG.IL/RIGHTSANDBENEFITS

 

 

איין- וועג טיקעט צו א”י אומזיסט

נייע עולים זענען בארעכטיגט פאר אן אומזיסטע פלייט קיין א”י , וואס פליט  ארויס פון אל אל’ס צפון אמעריקאן צענטערס. עליה-קלאס פלעצער זענען פארהאן אויף געקליבענע פלייטס דורכאויס די יאר, ווי אויך אויף ספעציעלע עליה פלייטס, גרופע פלייטס צוגעשטעלט דורך נפש בנפש , און זומער טשארטער פלייטס.

נסיעות פון בן גוריון – בחינם

 עולים באקומען א טעקסי אומזיסט צו זייער נייע וואוינארט, צוזאמען מיט אלע פעקלעך, געשענקט דורך משרד הקליטה.

איינמאליגע אפפער- נאר פאר די עליה פלייט.

סל קליטה

פינאנציעלע שטיצע איז געשענקט דורך משרד הקליטה. מען באקומט די ערשטן סכום אין קעש ביי בן גוריון לופט פעלד, נאכגעפאלגט מיט א ווייער טרענספער נאכן איבעגעבן דיין באנק פרטים פאר משרד הקליטה.

די סכום פון סל קליטה איז באשטומט דורך יארגאנג און משפחה סטאטוס.

סל קליטה ווערט געצאלט איבער די ערשטע זעקס חדשים פאלגנדיג עליה, אבער דאס קען ווערן אפעקטירט דורך אפטע נסיעות אויסלאנד.

איר קענט זיך באניצן מיט די נפש בנפש סל קליטה קאלקולעיטער צו באשטעטיגן פונקטליכע סומעס, ביי: www.nbn.org.il/salklita

קופת חולים

ביטוח לאומי ( די נאציעאנעלע אינשורענס אינסטיטוט) שטעלט צו  מינימאלע דעקונג פאר געזונט אינשורענס אומזיסט  אין סיי וועלכע קופת חולים פון דיין אויסוואל, פאר די ערשטע יאר פון עליה. עטליכע צוגעלייגטע אפציעס פון ביטוח זענען פארהאן,  פאר א חודש’ליכן סכום דורך יעדעס קופת חולים זעלבסט. פריערדיגע A-1

טעמפארערי רעזידענטן זענען נישט בארעכטיגט צו די קופת חולים בענעפיטן אומזיסט. עולים הייבן אן צו צאלן ביטוח לאומי וויבאלד זיי הייבן אן צו ארבעטן אדער  וויבאלד זיי גייען אריין אין די צווייטע יאר פון עליה.

אולפן פאר עברית

שיעורים צו לערנען עברית זענען פארהאן אין פיל געגנטער ארום א”י, אן באצאל. די אדרעס אויף דיין תעודת זהות באווייזט אויף די ארט פון דיין אולפן.

במשך זייער ערשטע יאר פון עליה, באקומען קינדער פון כתות א’-יב’ שעות עולים, צוגעלייגטע שעות פאר שטודירן עברית אין שולע.

פארמינערטע שכר לימוד פאר א BA אדער MA  דעגרי  

שכר לימוד איז רעדוצירט אויב מען האט אנגעהויבן  שטודירן  פאר די יארגאנג פון 27 פאר א BA און 30  פאר אן MA , און נאר אויב מען האט אנגעהויבן שטודירן במשך דריי יאר פון עליה. סטודענטן אונטער 23 יאר קענען אויך באקומען שטיצע פאר מכינה, וואס איז איין יאר צוגרייטונג’ס קורס. אויב  פארמאגסטו שוין א דעגרי, איז א פארעלעל דעגרי  געווענטליך נישט רעדוצירט.

מעון שכר לימוד רעדוקציע

עולים חדשים זענען בארעכטיגט צו א רעדוקציע אין מעון אדער דעי קער שכר לימוד. א מאמע וואס איז אן עולה פארדינט די בענעפיט ביז צוויי יאר פון די דאטום פון איר עליה.

קאסטומס בענעפיטן אויף אפליענסעס און עלעקטראנישע שטוב זאכן:

  1. עולים זענען ערלויבט צו אריינברענגען עלעקטראנישע אפליענסעס און שטוב זאכן פון סיי וועלכע לאנד אן צאלן מכס.
  2. עולים באקומען קאסטומס רעדוקציעס צו אימפארטירן אינסטרומענטן כדי צו אויפשטעלן א ביזנעס.
  3. מען קען אימפארטירן אפליענסעס טעקס-פרי ביז דריי יאר נאך עליה. מען קען ברענגען ביז דריי שיפמענטס פון אימפארטירטע זאכן.

 מיר רעקאמענדירן אייך, נישט צו שיקן א קאנטעינער פון אויסלאנד פאר איר עפנט א תיק מיט די קאסטומס באאמטע. פאר פראגן און פאר הילף צו עפענען א תיק, אימייל: customsfile@nbn.org.il

אויב  ביסטו געווען אן A-1 טעמפארערי רעזידענט, וועט דיין פיינעל סטאטוס קלאר ווערן נאר נאכ’ן עפענען א תיק מיט די קאסטומס באאמטע.

 הנחות פון מכס פאר א קאר געקויפט אדער אימפארטירט

עולים באצאלן א פארמינערטע מכס אויפן איינהאנדלען א נייע קאר אין ארץ ישראל אדער אימפארטירן פון אויסלאנד. כדי צו קענען באקומען די הנחות פון מכס, דארפן עולים האבן א  קראנטע  אויסלענדישע דרייווער’ס לייסענס וואס איז פארווירקליכט געווארן פאר די טאג פון עליה. א קראנטע  ארץ ישראל’דיגע דרייווער’ס לייסענס איז אויך געפאדערט. דאס איז גילטיג נאר פאר א נייע קאר אדער “פעספארט צו פעספארט” איינהאנדלונג. אימפארטירן א קאר איז א קאמפליצירטע, פרטיות’דיגע פראצעדור וואס זאל נאר ווערן אויסגעפירט נאך דורכגרינטליך נאכפארשן וועגן  די קאסטן קעגן די בענעפיטן. ביטע באזיכט אונזער וועבסייט פאר מער אינפארמאציע. פארבינדט אייך מיט א שיפינג קאמפעני פאר’ן אימפארטירן א קאר צו א”י.

עוועליבל ביז דריי יאר נאך עליה.

הנחות אין מס

  1. פארמינערטע מס הכנסה אויף הכנסות פארדינט אין א”י. די הנחות אין מס הכנסה פארדינט אין א”י ארבעט מיט א סיסטעם פון נקודות, ווי יעדע נקודה איז גלייך צו 215 ₪. נייע עולים באקומען דריי נקודות יעדעס חודש ( 645 ₪) במשך די ערשטע 18 חדשים נאך עליה, צוויי נקודות איבער די קומענדיגע 12 חדשים, און איין נקודה במשך די לעצטע 12 חדשים. וויבאלד דו הייבסט אן צו ארבעטן, זיי מודיע פאר דיין בעל הבית אז דו ביסט אן עולה.
  2. הנחות אויף פאסיווע און אקטיווע הכנסות פון אויסלאנד.

* פאר הכנסות פארדינט אין א”י, זענען די הנחות שייך פאר די ערשטע 3.5 יאר.

* פאר הכנסות פארדינט אין חוץ לארץ, זענען די הנחות שייך פאר די ערשטע 10 יאר.

פאר מער אינפארמאציע וועגן די ביידע בענעפיטן, ביטע פארבינדט זיך מיט א יועץ מס.

הנחות אויף רענט

א הנחה אויף שכירות איז געשענקט דורך די משרד השיכון אנגעפאנגען נאך די 8טע חודש פון עליה. די בענעפיט הייבט זיך אן אטאמאטיש און ענדיגט זיך נאך פינף יאר.

 

צאל פון חדשים נאך עליה איינציגע עולה משפחת עולה איין-עלטערן משפחה
8-12* 223 ₪ 402 ₪ 402 ₪
13-24 400 ₪ 800 ₪ 800 ₪
25-36 400 ₪ 600 ₪ 600 ₪
37-48 400 ₪ 400 ₪ 400 ₪
49-60 89 ₪ 99 ₪ 223 ₪
61-72 134 ₪

הנחות אין ארנונה

אלע שטעט אין א”י פאדערן ארנונה, דאס סכום ווענדט זיך לויט די גרויסקייט און געגנט פון די פראפערטי.

עולים ווערן בדרך כלל געשאנקען א 70-90% הנחה אויף ארנונה, פאר א וואוינונג פון ביז 100 m2 . די בענעפיט קען געניצט ווערן פאר 12 פון די ערשטע 24 חדשים נאך עליה.

קטינים חוזרים זענען נישט בארעכטיגט פאר די בענעפיט.

משכנתא  תנאים

נידריגערע פראצענטן פאר נייע עולים, געגליכן צו אנדערע מארקעט רעיטס, אויף די ערשטע 150,000₪  פון די משכנתא. מען דארף א תעודת זכאות פון די משרד הבינוי ושיכון , געגעבן דורך די באנק פון ווי דו נעמסט א משכנתא. געשענקט ביז 15 יאר נאך עליה.

די בענעפיט איז נאר געשאנקען פאר די איינהאנדלונג פון די ערשטע דירה אין א”י.

באמערקונג: אויב דו  ביסט א  ישראלי סיטיזען (ישראלי סיטיזען געבוירן  אין חוץ לארץ, תושב חוזר, אדער קטין חוזר), א פריערדיגע טעמפארערי רעזידענט ( A-1 ), אדער פארבליבן אויף לענגערע באזוכן אין א”י איבער די לעצטע זיבן יאר, וועסטו נישט זיין בארעכטיגט פאר געוויסע בענעפיטן.

ביטע באזוכט אונזער וועבסייט: www.nbn.org.il פאר מער פרטים אדער זייט בקשר דורך:advocacy@nbn.org.il

פאר וויכטיגע אינפארמאציע וועגן אריבערפירן דיין דרייווער’ס לייסענס נאך דו מאכסט עליה, זעה: www.nbn.org.il/driverslicense

בענעפיטן זענען אויסגעשטעלט זיך צו טוישן.

די אינפארמאציע איז אקוראט לויט די אנווייזונגען פון .March 2018

ביטע זעט אונזער וועבסייט פאר נייעס: www.nbn.org.il  

For a downloadable PDF of your rights and benefits, click here.